1 פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער,
און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;
ווארום מיר זענען ה׳ס מיטארבעטער: ה׳ס אקערפעלד, ה׳ס בנין זענט איר.
פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:
ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.
צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע פאר אייך אומות (העולם)—
דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן,
פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.
פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים:
איך האב אבער געהאלטן פאר נויטיק צו שיקן צו אייך עפאפראדיטוסן, מיין ברודער און מיטארבעטער און מיטזעלנער, אייער שליח און דינער אין מיין נויט;
יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.
פוילוס, א שליח פון דעם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס דער ברודער,
און יהושע/ישוע, וועלכער ווערט גערופן יוסטוס, וואס זענען פון די געמלטע; די דאזיקע זענען מיינע איינציקע מיטארבעטער אין דעם קעניגרייך פון ה׳, וועלכע זענען געווארן פאר מיר א נחמה.
און האבן געשיקט טימאטעוסן דעם ברודער אונדזערן און ה׳ס מיטארבעטער אין דער גוטער בשורה פון דעם משיח, אייך צו שטארקן און טרייסטן וועגן אייער אמונה,
פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט אונדזער פאטער און אין האר יהושע/ישוע המשיח;
דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,
עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע, לאזט דיר אפגעבן שלום,
(אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.
(דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע;