Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:9
15 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען; און קיינער וועט נישט הערן זיין קול אויף די גאסן.


ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!


און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.


און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.


און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.


און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי.


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


און בשעת דאס קול איז געהערט געווארן, האט יהושע/ישוע זיך געפונען איינער אליין. און זיי האבן געשוויגן און אין יענע טעג האבן זיי קיינעם גארנישט דערציילט פון דעם, וואס זיי האבן געזען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ