Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:7 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

7 און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:7
41 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ער האט געהאט בטחון אויף ה׳; זאל ער אים איצט מציל זיין, אויב ער וויל אים. ער האט דאך געזאגט: איך בין דער זון פון דער אויבערשטער!


און דער אפיציר און די מיט אים, וואס האבן באוואכט יהושען/ישוען, ווען זיי האבן געזען די ערדציטערניש, און וואס עס איז געשען, האבן זיך זייער געפארכטן, און געזאגט: ער איז באמת געווען דער זון פון דער אויבערשטער!


און זע, א קול פון הימל האט געזאגט: דאס איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן!


און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן.


און פלוצלונג, ארומקוקנדיק זיך, האבן זיי מער קיינעם נישט געזען, אחוץ יהושען/ישוען אליין מיט זיי.


און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!


און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.


האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל.


פאטער, פארהערלעך דיין נאמען! און עס איז געקומען א קול פון הימל: איך האב שוין פארהערלעכט און וועל ווידער פארהערלעכן.


האבן די יידן אים געענטפערט: מיר האבן א תורה, און לויט דער תורה איז ער חייב מיתה, ווייל ער האט זיך געמאכט פאר ה׳ס זון.


און די דאזיקע זענען געשריבן געווארן, כדי איר זאלט גלויבן, אז יהושע/ישוע איז דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער, און אז גלויבנדיק, זאלט איר האבן לעבן אין זיין נאמען.


דערפאר טאקע האבן די יידן נאך מער געזוכט אים צו טייטן, ווייל נישט נאר האט ער מחלל שבת געווען, נאר האט געזאגט, אז ה׳ איז זיין פאטער (ישעיהו ד, ב.), מאכנדיק זיך גלייך צו ג‑ט.


און דער פאטער, וואס האט מיך געשיקט, האט עדות געזאגט וועגן מיר. נישט האט איר, ווען עס איז, געהערט זיין קול, נישט האט איר זיין געזען געשטאלט.


און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים.


יהושע/ישוע האט געהערט, אז זיי האבן אים ארויסגעווארפן; און געפינענדיק אים, האט ער געזאגט: צי גלויבסטו אין דעם בר אנש?


און האבנדיק דאס געזאגט, איז ער ארויפגענומען געווארן, און זיי האבן עס געזען, און א וואלקן האט אים אוועקגענומען פון זייערע אויגן.


דאס איז דער משה, וועלכער האט געזאגט צו די קינדער ישראל: א נביא וועט דער האר אייער ג‑ט אייך אויפשטעלן פון אייערע ברידער, גלייך צו מיר; אים זאלט איר הערן. (דברים יח, טו.)


און ווי זיי זענען אזוי געפארן אויפן וועג, זענען זיי געקומען צו א וואסער; און דער סריס האט געזאגט: זע, א וואסער; וואס שטערט מיר געטובלט צו ווערן אין דער מקווה?


אנטשיידן באוויזן אלס דער זון פון דער אויבערשטער מיט מאכט, לויט דעם גייסט פון קדושה דורך דעם אויפשטיין פון די טויטע—יהושע/ישוע המשיח אונדזער האר,


צוליב דעם מוזן מיר לייגן מער אכט אויף די זאכן, וואס מיר האבן געהערט, טאמער וועלן מיר אפפאלן.


ווארום ער האט באקומען פון ג‑ט דעם פאטער כבוד און הערלעכקייט, ווען אזא קול איז אראפגעקומען צו אים פון דער מאיעסטעטישער הערלעכקייט: (ציטירן ניטציטירן) דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אין וועמען איך האב א וואוילגעפעלן;


און מיר ווייסן, אז דער זון פון דער אויבערשטער איז געקומען און אונדז געשענקט א פארשטאנד, כדי מיר זאלן דערקענען דעם ווארהאפטיקן; און מיר זענען אין דעם ווארהאפטיקן, אין זיין זון יהושע/ישוע המשיח. דאס איז דער ווארהאפטיקער ג‑ט און דאס אייביקע לעבן.


זע, ער קומט מיט די וואלקנס (דניאל ז, יג.); און יעדעס אויג וועט אים זען, און די, וועלכע האבן אים דורכגעשטאכן (זכריה יב, י.); און עס וועלן קלאגן איבער אים אלע משפחות פון דער ערד. יא, אמן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ