6 ווארום ער האט נישט געוואוסט, וואס ער זאל ענטפערן; ווארום זיי האבן זיך זייער געפארכטן.
און ענטפערנדיק זאגט פעטרוס צו יהושען/ישוען: רבי, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי געצעלטן: פאר דיר איינס, און פאר משהן איינס, און פאר אליהו איינס;
און א וואלקן איז געקומען און האט זיי באשאטנט; און אויס דעם וואלקן איז געקומען א קול: דער דאזיקער איז מיין געליבטער זון, אים זאלט איר הערן!
און עס איז געשען, ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים, האט פעטרוס געזאגט צו יהושען/ישוען; האר, עס איז גוט פאר אונדז דא צו זיין; און לאמיר מאכן דריי סוכות: איינע פאר דיר, איינע פאר משהן און איינע פאר אליהו, נישט וויסנדיק, וואס ער רעדט.
און ווען איך האב אים געזען, בין איך אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, ווי א מת. און ער האט געלייגט זיין רעכטע האנט אויף מיר, און געזאגט: האב נישט קיין מורא; איך בין דער ערשטער און דער לעצטער,