48 וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן.
דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!
זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.
ווארום יעדער איינער מוז געזאלצן ווערן מיט פייער.
זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.