Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:43 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

43 און אויב דיין האנט פארפירט דיך צום שטרויכלען, האק זי אפ! עס איז בעסער פאר דיר אריינצוגיין אין לעבן אריין א קאליקע, ווי צו האבן דיינע ביידע הענט און צו גיין אין גיהנום אריין—אין דעם פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס, וואו זייער ווארעם שטארבט נישט, און דאס פייער ווערט נישט פארלאשן. (ישעיהו סו, כד.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:43
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

נאר כדי מיר זאלן נישט זיין קיין מיכשול פאר זיי, גיי צום ים, און ווארף אריין א ווענטקע, און נעם דעם ערשטן פיש, וואס וועט ארויפקומען; און ווען דו וועסט אויפעפענען זיין מויל, וועסטו געפינען א זילבערנע מטבע (א סטאטער); נעם זי, און גיב זי פאר מיר און פאר דיר.


דעמאלט וועט ער אויך זאגן צו די אויף דער לינקער זייט: גייט אוועק פון מיר, איר פארשאלטענע, אין דעם אייביקן פייער אריין, וואס איז צוגעגרייט געווארן פארן טייוול און זיינע מלאכים!


זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, און ער וועט גוט אויסרייניקן זיין דרעשעריי; און ער וועט איינזאמלען זיין ווייץ אין שייער אריין, אבער די פלעווע וועט ער פארברענען אין פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.


איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס איז צארנדיק אויף זיין ברודער, וועט זיין חייב צום משפט; און ווער עס וועט זאגן רקא צו זיין ברודער, וועט זיין חייב צום סנהדרין; און ווער עס וועט זאגן, דו נאר, וועט זיין חייב צום פייער פון גיהנום.


נאר ווען דו מאכסט א שמחה, לאד איין ארעמעלייט, קאליקעס, לאמע, בלינדע,


און ווען דער קנעכט איז צוריקגעקומען, האט ער דאס דערציילט דעם האר זיינעם. דעמאלט איז דער בעל הבית צארנדיק געווארן, און האט געזאגט צו זיין קנעכט: גיי גיך ארויס אויף די גאסן און געסלעך פון דער שטאט, און ברענג אהער די ארעמעלייט און קאליקעס און בלינדע און לאמע!


זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס.


ווארום אויב איר לעבט לויטן פלייש, מוזט איר שטארבן; אויב אבער איר וועט דורכן גייסט אפטייטן די מעשים פונם גוף, וועט איר לעבן.


נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


דעריבער אויך מיר, האבנדיק ארום זיך אזא וואלקן פון עדות (מארטירער), לאמיר אפטאן פון זיך יעדע לאסט און די זינד, וואס רינגלט אונדז אזוי לייכט ארום, און לאמיר לויפן סבלנותדיק דעם וועטלויף, וואס ליגט פאר אונדז,


דעריבער, טוט אפ פון זיך יעדע רשעות און יעדע פאלשקייט און צביעות און קנאה און יעדע לשון הרע,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ