39 יהושע/ישוע אבער האט געזאגט: איר זאלט אים נישט פארווערן! ווייל עס איז נישט פאראן קיין מענטש, וועלכער וועט טאן א וואונדער אין מיין נאמען, און וואס וועט גיך קענען רעדן שלעכטס אויף מיר.
יוחנן האט צו אים געזאגט; רבי, מיר האבן געזען איינעם ארויסטרייבן בייזע גייסטער אין דיין נאמען; און מיר האבן עס אים פארווערט, ווייל ער פאלגט אונדז נישט נאך.
ווארום ווער עס איז נישט קעגן אונדז, דער איז פאר אונדז.
דערפאר לאז איך אייך וויסן, אז קיינער, וועלכער רעדט דורך ה׳ס גייסט, זאגט נישט: פארפלוכט זאל זיין יהושע/ישוע; און קיינער קען נישט זאגן: יהושע/ישוע איז האר, אחוץ דורך דעם רוח הקודש.
נאר איך אונטערדריק מיין גוף און האלט אים אין קנעכטשאפט, כדי בשעת איך האב געדרשנט צו אנדערע, זאל איך אליין נישט פארווארפן ווערן.
דעריבער וואס? נאר על כל פנים, צי אלס אן אויסרייד אדער באמת, משיח ווערט אויסגערופן: און אין דעם דאזיקן פריי איך מיך, און וועל מיך נאך פרייען.