Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:32 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

32 זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס ווארט, און האבן זיך געפארכטן אים צו פרעגן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:32
12 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דערנאך האט ער זיך באוויזן צו די עלף אליין, בשעת זיי זענען געזעסן ביים טיש, און האט זיי פארגעווארפן זייער אומגלויבן און הארטקייט פון הארצן, ווייל זיי האבן נישט געגלויבט די, וואס האבן אים געזען אן אויפגעשטאנענעם.


און ער זאגט צו זיי, אזוי, אויך זענט איר אָן פארשטאנד? צי פארשטייט איר דען נישט, אז אלץ, וואס גייט אריין אין דעם מענטשן פונדרויסן, קען אים נישט טמא מאכן?


ער אבער האט זיך אויסגעדרייט, און געקוקט אויף זיינע תלמידים, און האט אנגעשריגן אויף פעטרוסן, און זאגט: אוועק, הינטער מיר, שׂטן! ווייל דו האסט נישט אין זינען דאס, וואס איז שייך ה׳, נאר דאס, וואס איז שייך מענטשן!


און זיי האבן באהאלטן דאס ווארט, און האבן זיך געפרעגט איינס דאס אנדערע, וואס עס באטייט דאס אויפשטיין פון די טויטע.


און זיי האבן נישט פארשטאנען קיין זאך פון די דאזיקע, און דאס דאזיקע ווארט איז געווען פארהוילן פון זיי, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס עס איז געזאגט געווארן.


און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט.


דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);


זיי אבער האבן נישט פארשטאנען דאס דאזיקע ווארט און עס איז געווען פארהוילן פון זיי, כדי זיי זאלן נישט וויסן די באטייטונג דערפון; און זיי האבן מורא געהאט אים צו פרעגן וועגן דעם דאזיקן ווארט.


דאס האבן זיינע תלמידים צום ערשט נישט פארשטאנען; נאר ווען יהושע/ישוע איז שוין געווען פארהערלעכט, האבן זיי זיך דעמאלט דערמאנט, אז עס איז געווען געשריבן וועגן אים, און אז דאס האט מען געטאן צו אים.


יהושע/ישוע האט געמערקט, אז זיי ווילן אים פרעגן, און ער האט צו זיי געזאגט: איר פרעגט זיך נאך, איינער ביים אנדערן, וועגן דעם דאזיקן, וואס איך האב געזאגט: א קליינע וויילע, און איר זעט מיך נישט, און ווידער א קליינע וויילע, און איר וועט מיך זען?


און ביי דעם דאזיקן זענען זיינע תלמידים אנגעקומען, און האבן זיך געוואונדערט, אז ער רעדט מיט א פרוי; דאך האט קיינער נישט געזאגט: וואס ווילסטו? אדער: פארוואס רעדסטו מיט איר?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ