Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:31
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


גלייך ווי דער בר אנש איז נישט געקומען באדינט צו ווערן, נאר צו דינען, און צו געבן זיין לעבן ווי אן אויסלייזונג פאר א סך.


איר ווייסט, אז אין צוויי טעג ארום איז פסח, און דער בר אנש ווערט איבערגעגעבן פאר אויפהענגען אויף א בוים צו ווערן.


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


און זיי וועלן אפשפאטן פון אים, און שפייען אויף אים, און וועלן אים שמייסן, און טייטן; און אין דריי טעג ארום וועט ער ווידער אויפשטיין.


און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.)


צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?


לאזט די דאזיקע ווערטער אריינדרינגען אין אייערע אויערן אריין: ווארום דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן.


קיינער נעמט עס נישט אוועק פון מיר, נאר פון מיר אליין לייג איך עס אנידער. איך האב רשות עס אנידערצולייגן, און האב רשות עס ווידער צו נעמען. דאס דאזיקע געבאט האב איך באקומען פון מיין פאטער.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן.


און ווי משה האט אויפגעהויבן די שלאנג אין דער מדבר, אזוי מוז דער בר אנש אויפגעהויבן ווערן;


אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ