Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 גלייך האט דער פאטער פון דעם יינגל א געשריי געטאן, און געזאגט: איך גלויב; העלף מיין אומגלויבן!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:24
21 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

יהושע/ישוע אבער האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט בכוח? אלץ איז מעגלעך פאר דעם, וואס גלויבט.


און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!


און די שליחים האבן געזאגט צו דעם האר: פארמער אונדז דעם גלויבן!


און האט זיך געשטעלט פון הינטן ביי זיינע פיס, און האט אנגעהויבן צו באנעצן זיינע פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיט די האר פון איר קאפ, און האט געקושט זיינע פיס און זיי געזאלבט מיט דער מירע.


און אויסדרייענדיק זיך צו דער פרוי, האט ער געזאגט צו שמעונען: דו זעסט די דאזיקע פרוי? איך בין אריינגעקומען אין דיין הויז, קיין וואסער פאר מיינע פיס האסטו מיר נישט געגעבן; זי אבער האט מיר באנעצט די פיס מיט אירע טרערן, און זיי אפגעווישט מיר אירע האר.


און בשעת פעטרוס האט נאכגעטראכט וועגן דעם חזיון, האט דער גייסט צו אים געזאגט: זע, דריי מענער זוכן דיך.


און האט געזאגט; קארנעליוס, דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און דיינע צדקות זענען דערמאנט געווארן פאר ה׳.


ווארום פון גרויס דריקונג און הארץ קלעמעניש האב איך צו אייך געשריבן און מיט א סך טרערן, נישט כדי אייך מצער צו זיין, נאר כדי איר זאלט דערקענען די ליבע, וואס איך האב אין א שפעדיקער מאס לגבי אייך.


ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;


ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים;


דערפאר טאן מיר אויך תמיד מתפלל זיין פאר אייערטוועגן, כדי אונדזער ג‑ט זאל אייך מאכן ראוי פון דעם רוף, און דערפילן מיט מאכט יעדן באגער (אייערן) צום גוטן; און (יעדע) טאט פון אמונה;


מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,


איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה,


ווארום איר ווייסט, אז אפילו שפעטער, ווען ער האט געוואלט ירשענען די ברכה, איז ער פארווארפן געווארן; ווארום ער האט נישט געפונען קיין מעגלעכקייט פון תשובה, הגם ער האט זי געזוכט מיט טרערן.


און קוקן אויף יהושען/ישוען, דעם גרינדער און פארענדיקער פון אונדזער אמונה, וואס פאר דער פרייד, וועלכע איז געלייגט געווארן פאר אים, האט ער דערטראגן דעם בוים. פאראכטנדיק די חרפה, און זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער זייט פון ה׳ס כסא הכבוד.


וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ