Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:2
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווי יהושע/ישוע האט דאס געהערט, איז ער פון דארטן אוועק אין א שיפל, אויף א מדבריותדיק ארט איינער אליין. און ווען די המונים מענטשן האבן עס געהערט, האבן זיי אים נאכגעפאלגט צופוס פון די שטעט.


און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן.


נאך דעם האט ער זיך באוויזן אין אן אנדער געשטאלט צו צוויי פון זיי, בשעת זיי זענען געגאנגען אין פעלד אריין.


און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער.


און עס איז געשען אין די דאזיקע טעג, אז ער איז ארויסגעגאנגען צום בארג תפילה צו טאן; און האט פארברענגט די גאנצע נאכט אין געבעט צו ה׳.


און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת.


און זייט נישט געגליכן צו דער דאזיקער וועלט, נאר פארענדערט זיך דורך דער באנייאונג פון אייער געמיט, כדי פעסטצושטעלן וואס עס איז ה׳ס גוטער און וואוילגעפעלענער און פאלקאמענער רצון.


דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן.


וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.


און איך האב געזען א גרויסן ווייסן כסא הכבוד, און דעם, וועלכער איז געזעסן אויף אים; פאר זיין פנים זענען ערד און הימל אנטרונען; און קיין ארט האט זיך מער נישט געפונען פאר זיי.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ