17 און איינער אויס דעם המון האט אים געענטפערט: רבי, איך האב געברענגט צו דיר מיין זון, וועלכער האט א שטומען גייסט;
דעמאלט האט מען צו אים געברענגט א באזעסענעם מיט א בייזן גייסט, בלינד און שטום, און ער האט אים געהיילט, אז דער שטומער האט סיי גערעדט סיי געזען.
און געזאגט: האר, דערבארם דיך אויף מיין זון; ווייל ער איז א חולי‑נופל, און ליידט שווער; מחמת אפטמאל פאלט ער אין פייער אריין, און אפטמאל אין וואסער אריין.
און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט.
און מען האט צו אים געברענגט קליינע קינדער, כדי ער זאל זיי אנרירן; די תלמידים אבער האבן אנגעשריגן אויף זיי.
און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!
די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער.
און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח?
און וואו נאר ער כאפט אים אָן, רייסט ער אים, און ער שוימט פארן מויל, און קריצט מיט די ציין, און ווערט פארדארט; און איך האב שוין געזאגט דיינע תלמידים, אז זיי זאלן אים ארויסטרייבן; און זיי האבן נישט געקענט.
און ווי יהושע/ישוע האט געזען, אז א המון מענטשן לויפט זיך צונויף, האט ער אנגעשריגן דעם אומריינעם גייסט, זאגנדיק צו אים: דו שטומער און טויבער גייסט, איך באפעל דיר: גיי פון אים ארויס, און זאלסט מער נישט אריינגיין אין אים!
און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט.
און זע, א מאן פון דער מאסע מענטשן האט א געשריי געטאן, אזוי צו זאגן: רבי, איך בעט דיך, קוק דיך אום אויף מיין זון, מחמת ער איז מיין בן יחיד;
ווי דער דאזיקער האט געהערט, אז יהושע/ישוע איז אנגעקומען פון יהודה קיין גליל, איז ער אוועק צו אים, און אים געבעטן, אז ער זאל אראפגיין און היילן זיין זון; ווייל ער האט געהאלטן ביים שטארבן.