14 און קומענדיק צו די תלמידים, האבן זיי געזען א גרויסן המון מענטשן ארום זיי, און סופרים האלטן מיט זיי א וויכוח.
און זאגן צו אים: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? אדער ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות, כדי דו זאלסט טאן די דאזיקע זאכן?
און ווען זיי זענען געקומען, זאגן זיי צו אים: רבי, מיר ווייסן, אז דו ביסט ווארהאפטיק, און פרעגסט נישט אויף קיינעם; ווארום דו קוקסט נישט אויפן פנים פון מענטשן, נאר אויף אן אמת לערנסטו דעם וועג פון ה׳. צי מעג מען געבן מס צום קיסר, אדער נישט? זאלן מיר געבן אדער נישט געבן?
עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער,
איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.
און ער איז אריינגעגאנגען אין שול, און האט גערעדט מיט דרייסטקייט במשך פון דריי חדשים, האלטנדיק וויכוחים און איבערצייגנדיק בנוגע דעם מלכות פון ה׳.
ווארום באטראכט אים, וואס איז אויסגעשטאנען אזא אפאזיציע פון חוטאים קעגן אים, כדי איר זאלט נישט מיד און מאט ווערן אין אייערע זעלן.