Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 9:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און ער האט צו זיי געזאגט: אליהו קומט טאקע צום ערשט, און שטעלט אלץ צוריק; און וויאזוי שטייט געשריבן וועגן דעם בר אנש אז ער וועט א סך ליידן און צונישט געמאכט ווערן? (ישעיהו נג, ג.)

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 9:12
30 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע המשיח אנגעהויבן צו ווייזן זיינע תלמידים, אז ער מוז גיין קיין ירושלים, און ליידן א סך פון די זקנים און הויפט כהנים און סופרים, און געטייט ווערן, און דעם דריטן טאג אויפשטיין.


דער בר אנש גייט טאקע לויט ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים; וויי איז אבער צו יענעם מענטשן, דורך וועמען דער בר אנש ווערט פארראטן! עס וואלט געווען גוט פאר יענעם מענטשן, אויב ער וואלט גארנישט געבוירן געווארן.


זע, גייען מיר ארויף קיין ירושלים, און דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן צו די הויפט כהנים און די סופרים; און זיי וועלן אים פארמשפטן צום טויט, און אים איבערגעבן צו די אומות (העולם);


איך זאג אייך אבער, אז אליהו איז אויך שוין געקומען, און זיי האבן מיט אים געטאן, וואס זיי האבן געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן וועגן אים.


ווארום ער האט געלערנט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: דער בר אנש וועט איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון מענטשן, און זיי וועלן אים טייטן; און זייענדיק געטייט, וועט ער אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.


און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער, ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)


און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.)


איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז!


דעריבער, ווען זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, האבן זיי אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: האר, צי וועסטו אין דער דאזיקער צייט ווידער אויפריכטן דאס מלכות צו ישראל?


ער איז דאס דער שטיין, וואס איר, די בוימייסטערס, האט פארווארפן, וועלכער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ