Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 8:34 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

34 און האט צוגערופן צו זיך דעם המון מענטשן צוזאמען מיט זיינע תלמידים, און צו זיי געזאגט: אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און זאל ער נעמען זיין בוים. און מיר נאכפאלגן.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 8:34
43 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ווער עס נעמט נישט זיין בוים, און פאלגט מיר נאך, איז מיך נישט ווערט.


דעמאלט האט יהושע/ישוע געזאגט צו זיינע תלמידים! אויב עמיצער וויל מיר נאכגיין, זאל ער זיך אליין פארלייקענען, און נעמען זיין בוים, און מיר נאכפאלגן!


און ווי זיי זענען ארויסגעגאנגען, האבן זיי געפונען א מענטשן, א מאן פון קירניה, מיט דעם נאמען שמעון; דעם דאזיקן האבן זיי געצוואונגען, אז ער זאל טראגן זיין בוים.


און יהושע/ישוע האט אויף אים א בליק געטאן און אים ליב געקריגן, און געזאגט צו אים: איין זאך פעלט דיר; גיי, פארקויף אלץ, וואס דו האסט, און גיב עס צו די ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, און פאלג מיר נאך!


און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט!


שטרעבט אריינצוגיין דורך דעם ענגן טויער, ווייל א סך, זאג איך אייך, וועלן זוכן אריינצוגיין און וועלן נישט קענען.


דעריבער אויך אזוי יעדער איינער פון אייך, וואס וועט זיך נישט שפאטן פון אלעם, וואס ער האט, קען נישט זיין מיין תלמיד.


ווי אבער יהושע/ישוע האט דאס געהערט, האט ער געזאגט צו אים: נאך איין זאך פעלט דיר: פארקויף אלץ, וואס דו האסט און צעטייל עס צו ארעמעלייט, און דו וועסט האבן אן אוצר אין הימל; און קום, פאלג מיר נאך!


און בעת דאס גאנצע פאלק האט זיך צוגעהערט, האט ער געזאגט צו די תלמידים:


און ער האט צו אלעמען געזאגט: ווער עס וויל מיר נאכגיין, דער זאל זיך אליין פארלייקענען און נעמען זיין בוים אויף זיך טאג אויס טאג איין און מיר נאכפאלגן.


מיינע שאף הערן מיין קול, און איך קען זיי, און זיי פאלגן מיר נאך;


און טראגנדיק אליין זיין בוים, איז ער ארויסגעגאנגען צו אן ארט, וואס הייסט דאס ארט פון א שארבן, אויף לשון קודש הייסט עס גלגלתא;


שטארקענדיק די זעלן פון די תלמידים, און מזהיר זייענדיק זיי צו בלייבן אין דער אמונה, און אז דורך פיל צרות מוזן מיר אריינקומען אין דעם מלכות פון ה׳.


וויסנדיק דאס דאזיקע, אז אונדזער אלטער מענטש איז צוזאמען מיט אים אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, כדי דער גוף פון זינד זאל פארניכטעט ווערן און מיר זאלן מער נישט זיין פארשקלאפט צו דער זינד;


און אויב קינדער, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פון ה׳, מיטיורשים פונם משיח; אויב מיר ליידן ווירקלעך מיט אים, כדי מיר זאלן אויך צוזאמען פארהערלעכט ווערן.


איך שטארב טאג טעגלעך, איך פארזיכער עס ביי אייער בארימונג, ברידער, וואס איך האב אינם משיח יהושע/ישוע דעם האר אונדזערן.


דערפאר, אויב א מאכל פארפירט מיין ברודער צום שטרויכלען, וועל איך אויף אייביק בשום אופן מער נישט עסן קיין פלייש, כדי איך זאל נישט פארפירן מיין ברודער צום שטרויכלען.


ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען.


מיט משיחן בין איך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן, און לעב שוין נישט מער, נאר משיח לעבט אין מיר; און וואס איך לעב איצט אינם פלייש, לעב איך אין אמונה פון דעם זון פון דער אויבערשטער, וועלכער האט מיך ליב געהאט און זיך געגעבן פאר מיינעטוועגן.


די אבער, וואס געהערן צום משיח יהושע/ישוע האבן אויפגעהאנגען אויף דער בוים דאס פלייש צוזאמען מיט די גלוסטונגען און תאוות.


פאר מיר אבער חלילה זאל עס זיין זיך צו בארימען, אחוץ מיט דעם בוים פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, דורך וועלכן די עולם הזה איז אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן צו מיר, און איך צו דער עולם הזה.


אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט;


נאר די זאכן, וואס זענען פאר מיר געווען א געווינס, זיי האב איך באטראכט ווי א פארלוסט פאר משיחס וועגן.


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;


ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים.


און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט,


לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה.


דעריבער, ווי משיח האט געליטן אינם לייב, אזוי זאלט איר זיך אויך באוואפענען מיט דער זעלביקער מחשבה; ווייל דער, וואס האט געליטן אינם לייב, האט אויפגעהערט מיט זינד;


נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין.


ווייל איך ווייס, אז אין גיכן וועל איך אפלייגן מיין געצעלט, ווי אויך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח האט עס מיר קלאר געמאכט.


דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.


האב נישט מורא, וואס דו גייסט ליידן; זע, דער טייוול וועט אריינווארפן אייניקע פון אייך אין תפיסה אריין, כדי איר זאלט אויסגעפרואווט ווערן; און איר וועט האבן צרות צען טעג. זיי געטריי ביז צום טויט, און איך וועל דיר געבן די קרוין פון לעבן.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ