Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 8:31 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

31 און האט זיי אנגעהויבן צו לערנען, אז דער בר אנש מוז ליידן א סך, און פארווארפן ווערן פון די זקנים, און פון די הויפט כהנים, און פון די סופרים, און געטייט ווערן, און אין דריי טעג ארום ווידער אויפשטיין.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 8:31
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

ווייל אזוי ווי יונה איז געווען דריי טעג און דריי נעכט אין די געדערעם פון דעם ריזנפיש, אזוי וועט דער בר אנש זיין דריי טעג און דריי נעכט אין דעם הארץ פון דער ערד.


זאגט יהושע/ישוע צו זיי: האט איר קיינמאל נישט געלייענט אין די כתובים? דער שטיין, וואס די בוימייסטערס האבן פארווארפן, איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל. פונם האר (ה׳) איז דאס געשען, און עס איז א וואונדער אין אונדזערע אויגן. (תהלים קיח, כב-כג.)


און האבן געזאגט: האר, מיר דערמאנען זיך, אז יענער פארפירער האט געזאגט, בשעת ער האט נאך געלעבט: אין דריי טעג ארום וועל איך אויפשטיין.


צי האט איר דען נישט געלייענט דעם דאזיקן פסוק: דער שטיין, וועלכן די בוימייסטערס האבן פארווארפן, דער איז געווארן צום הויפט פונם ווינקל;


קודם כל מוז ער אבער א סך ליידן און פארווארפן ווערן פון דעם דאזיקן דור.


צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין?


און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר.


דער, וואס ווארפט מיך אפ און נעמט נישט אָן מיינע רייד, האט שוין זיין שופט; דאס ווארט, וואס איך האב גערעדט, דאס וועט אים משפטן אין דעם לעצטן טאג.


האט יהושע/ישוע געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן.


דעם דאזיקן משה, וועמען זיי האבן פארלייקנט, זאגנדיק: ווער האט דיך געשטעלט פאר א שר און א שופט? אים האט ה׳ געשיקט ווי א שר און גואל, דורך דער האנט פון דעם מלאך, וואס האט זיך באוויזן צו אים אין דעם סנה.


און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ