30 און ער האט זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן וועגן אים.
דעמאלט האט ער געבאטן זיינע תלמידים, דאס זיי זאלן קיינעם נישט אויסזאגן, אז ער איז דער משיח.
און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!
און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.
און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!
און ווען זיי זענען אראפגעגאנגען פונם בארג, האט ער זיי באפוילן, אז זיי זאלן קיינעם נישט דערציילן, וואס זיי האבן געזען, אחוץ ווען דער בר אנש וועט זיין אויפגעשטאנען פון די טויטע.
און ער האט זיי שטרענג פארבאטן, דאס דאזיקע עמיצן אויסצוזאגן,