26 און ער האט אים אוועקגעשיקט אהיים, און געזאגט: אין דעם דארף זאלסטו אפילו נישט אריינגיין!
און זיי שטרענג אנגעזאגט, אז זיי זאלן אים נישט מפרסם זיין,
און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!
און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן. און יהושע/ישוע האט זיי שטרענג געווארנט, אזוי צו זאגן: היט אייך, אז קיינער זאל זיך נישט דערוויסן דערפון.
און ער האט זיי זייער אנגעזאגט, אז קיינער זאל זיך דערפון נישט דערוויסן; און האט געהייסן מען זאל איר געבן צו עסן.
און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.
און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס.
נאך דעם האט ער ווידער ארויפגעלייגט די הענט אויף זיינע אויגן; און ער האט שארף געקוקט, און איז געהיילט געווארן, און האט אלץ געזען קלאר אפילו פונדערווייטנס.