Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 8:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 עס טוט מיר לייד אויף דער מאסע מענטשן, ווייל שוין דריי טעג זענען זיי ביי מיר געבליבן, און האבן נישט וואס צו עסן;

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 8:2
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער איז ארויסגעקומען, און האט געזען א גרויסן המון מענטשן, און זיך דערבארעמט אויף זיי און געהיילט זייערע קראנקע.


און יהושע/ישוע האט זיך דערבארעמט אויף זיי, און אנגערירט זייערע אויגן, און פלוצלונג זענען זיי זעענדיק געווארן, און האבן אים נאכגעפאלגט.


און ווען ער האט געזען די מאסן מענטשן, האט ער אויף זיי גרויס רחמנות געהאט, ווייל זיי זענען געווען פארשמאכט און פארווארלאזט, ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך.


און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין!


און ער האט אים נישט געלאזט, נאר זאגט צו אים: גיי אהיים צו די דייניקע, און דערצייל זיי וואס פאר א גרויסע זאכן דער האר האט דיר געטאן, און ווי ער האט זיך אויף דיר מרחם געווען!


און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין.


און ווען יהושע/ישוע איז אויסגעשטיגן, האט ער געזען א גרויסן עולם מענטשן, און האט געהאט אויף זיי גרויס רחמנות, ווייל זיי זענען געווען ווי שאף, וואס האבן נישט קיין פאסטוך; און ער האט אנגעהויבן זיי א סך צו לערנען.


און אויב איך זאל זיי לאזן גיין אהיים פאסטנדיק, וועלן זיי פארשמאכטן אונטערוועגנס; ווייל א טייל זענען געקומען פון ווייט.


און אפטמאל האט ער אים געווארפן אין פייער אריין און אין וואסער אריין, כדי ער זאל אים אומברענגען; נאר אויב דו ביסט עפעס בכוח, העלף אונדז, און דערבארם דיך אויף אונדז!


און ער איז אויפגעשטאנען, און איז אוועק צו זיין פאטער. בשעת אבער ער איז נאך געווען ווייט, האט דער פאטער זיינער אים געזען און האט זיך דערבארעמט, און איז געלאפן, און אים געפאלן אויף זיין האלדז, און האט אים געקושט.


און זעענדיק זי, האט דער האר זיך דערבארעמט איבער איר, און צו איר געזאגט: קלאג נישט!


צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק.


ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.


קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט;


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ