Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 8:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 און די פרושים זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אנגעהויבן האלטן וויכוחים מיט אים, זוכנדיק פון אים א צייכן פון הימל, כדי אים אויסצופרואוון.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 8:11
27 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

דעמאלט האבן אים אייניקע פון די סופרים און פרושים געענטפערט, אזוי צו זאגן: רבי, מיר ווילן זען א צייכן פון דיר!


און פרושים זענען געקומען צו אים, האבן אים אויסגעפרואווט, און געזאגט: צי מעג מען זיך גטן מיטן ווייב צוליב יעדער סיבה?


און ווען ער איז געקומען אין בית המקדש אריין, זענען די הויפט כהנים און די זקנים פון דעם פאלק צוגעגאנגען צו אים, בשעת ער האט געלערנט, און האבן געזאגט: מיט וואס פאר א רשות טוסטו די דאזיקע זאכן? און ווער האט דיר געגעבן דעם דאזיקן רשות?


דעמאלט זענען די פרושים געגאנגען, און האבן זיך געהאלטן אן עצה, ווי אזוי זיי זאלן אים פאנגען מיט א ווארט.


יהושע/ישוע האט אבער פארשטאנען זייער בייזוויליקייט, און האט געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס, צבועקעס?


אין יענעם טאג זענען געקומען צו אים צדוקים, וואס זאגן, אז עס איז נישטא קיין תחית המתים, און האבן אים געפרעגט,


ער האט אבער געוואוסט פון זייער צביעות, און האט צו זיי געזאגט: וואס פרואווט איר מיך אויס? ברענגט מיר א דינר, כדי איך זאל אים באקוקן.


און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים?


און ער האט זיי געפרעגט: איבער וואס האלט איר מיט זיי א וויכוח?


און זע, א געוויסער בעל תורה האט זיך אויפגעשטעלט און אים אויסגעפרואווט, אזוי צו זאגן: רבי, וואס זאל איך טאן, כדי צו ירשענען אייביק לעבן?


און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל.


און יהושע/ישוע האט געזאגט צו אים: אויב איר זעט נישט קיין אותות ומופתים, ווילט איר בשום אופן נישט גלויבן.


האבן זיי געזאגט צו אים: וואס פאר א נס טוסטו דען, אז מיר זאלן זען און דיר גלויבן? וואס טוסטו?


צי האט דען עמיצער פון די שרים געגלויבט אין אים, אדער (עמיצער) פון די פרושים?


און דאס דאזיקע האבן זיי געזאגט, אויספרואוונדיק אים, כדי זיי זאלן האבן עפעס, אים אנצוקלאגן. יהושע/ישוע אבער האט זיך אראפגעבויגן, און געשריבן מיטן פינגער אויף דער ערד.


האט פעטרוס צו איר געזאגט: פארוואס האט איר איינגעשטימט צווישן זיך אויסצופרואוון דעם גייסט פון דעם האר? אָט זע, די פיס פון די, וואס האבן באגראבן דיין מאן, זענען ביי דער טיר, און זיי וועלן דיך (אויך) ארויסטראגן.


לאמיר אויך נישט אויספרואוון דעם האר (ג‑ט), ווי א טייל פון זיי האבן אויסגעפרואווט, און זענען אומגעקומען פון די שלאנגען.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ