4 און ווען זיי קומען פון מארק, עסן זיי נישט, אָן זיך צו וואשן; און א סך אנדערע זאכן זענען פאראן, וואס זיי האבן איבערגענומען צו האלטן, טבילות פון טרינק געפעסן, און טעפ, און קופערנע כלים.
וויי איז צו אייך, סופרים און פרושים, צבועקעס! אז איר מאכט ריין דאס אויסנווייניקסטע פון דעם בעכער און דער שיסל, פון אינעווייניק אבער זענען זיי פול מיט גזלה און נישט איינגעהאלטנקייט.
דו בלינדער פרוש, רייניק קודם כל דאס אינעווייניקסטע פון דעם בעכער, כדי אויך דאס אויסנווייניקסטע זאל ווערן ריין.
און ווען פילאטוס האט געזען, אז ער פועלט גארנישט, נאר אז עס ווערט א גרעסערע מהומה, האט ער גענומען וואסער און זיך אפגעוואשן די הענט פאר דעם המון מענטשן, און געזאגט: איך בין אומשולדיק וואס שייך דעם דאזיקן צדיקס בלוט; איר זעט.
איר פארלאזט ה׳ס געבאט, און האלט די מסורה פון מענטשן.
און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער.
און עס איז געקומען צו א מחלוקה צווישן די תלמידים פון יוחנן און א יידן וועגן טהרה.
נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם.
דערנענטערט זיך צו ה׳, און ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך. רייניקט אייערע הענט, איר חוטאים, און מאכט לויטער אייערע הערצער, איר צוויי-הארציקע.
ווען אבער מיר גייען אין דעם ליכט, ווי ער איז אין דעם ליכט, האבן מיר חברותאשאפט איינער מיט דעם אנדערן, און דאס בלוט פון יהושע/ישוע, זיין זון, רייניקט אונדז פון יעדן חטא.