37 און זיי זענען געווען אויסער זיך פון שטוינען, און האבן געזאגט: ער האט אלץ וואויל געטאן; אפילו די טויבע מאכט ער הערן, און די שטומע רעדן!
און ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען, זע, מען האט געברענגט צו אים א שטומען, באזעסן מיט א בייזן גייסט.
און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים.
און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!
און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט, און האבן געזאגט איינס צום אנדערן: ווער איז ער דאך, אז סאי דער ווינט סאי דער ים געהארכן אים?
און דאס מיידעלע איז גלייך אויפגעשטאנען, און איז ארומגעגאנגען; ווארום זי איז שוין אלט געווען צוועלף יאר. און זיי זענען תיכף דערשטוינט געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.
שרעקט זיך נישט! און ער איז איינגעשטיגן צו זיי אינם שיפל, און דער ווינט האט זיך בארואיקט. און זיי זענען אין זיך זייער דערשטוינט געווארן, איבער יעדער מאס;
און ער האט זיי באפוילן אז זיי זאלן עס קיינעם נישט זאגן; אבער וואס מער ער האט זיי באפוילן, אלץ מער האבן זיי עס פארשפרייט.
אין יענע טעג, ווען עס איז ווידער געווען א גרויסע מאסע מענטשן, און זיי האבן נישט געהאט וואס צו עסן, האט ער גערופן צו זיך די תלמידים, און זאגט צו זיי:
מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה!
און די המונים, זעענדיק וואס פוילוס האט געטאן, האבן אויפגעהויבן זייער קול אויף דעם ליקאאנישן לשון, אזוי צו זאגן: די ג‑טער אין געשטאלט פון מענטשן האבן אראפגענידערט צו אונדז.