34 און ארויפבליקנדיק צום הימל, האט ער געגעבן א זיפץ, און זאגט צו אים; אפתח! דאס הייסט מאך דיך אויף!
און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; זיי ריין!
און אין דער ניינטער שעה האט יהושע/ישוע א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלהי אלהי למה שבקתני? פארטייטשט הייסט עס: ג‑ט מיינער, ג‑ט מיינער, פארוואס האסטו מיך פארלאזן? (תהלים כב, א.)
און ער האט אנגענומען דאס קינד ביי דער האנט, און האט צו איר געזאגט: טליתא קומי! וואס פארטייטשט איז דאס: מיידעלע (איך זאג דיר) שטיי אויף!
און ער האט גענומען די פינף ברויט און די צוויי פיש, האט ארויפגעבליקט צום הימל, און געמאכט א ברכה, און צעבראכן די ברויטן; און האט זיי געגעבן צו די תלמידים, כדי זיי זאלן עס לייגן פאר זיי; אויך די צוויי פיש האט ער אויסגעטיילט צווישן אלע.
און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט.
און ער האט טיף געזיפצט אין זיין גייסט, און געזאגט: וואס זוכט דאס דאזיקע דור א צייכן? באמת זאג איך אייך: קיין צייכן וועט נישט געגעבן ווערן דעם דאזיקן דור.
און יהושע/ישוע האט צו אים געזאגט; באקום דיין זעענדיק! דיין גלויבן האט דיר געהאלפן!
און ווי ער איז צוגעקומען נענטער און האט געזען די שטאט, האט ער זיך צעוויינט איבער איר,
און איז צוגעגאנגען און האט אנגערירט דעם ארון; און די נושאים האבן זיך אפגעשטעלט. און ער האט געזאגט; יונגערמאן, איך זאג דיר, שטיי אויף!
און ווי יהושע/ישוע האט זי געזען וויינען און די יידן, וואס זענען מיטגעקומען מיט איר, אויך וויינען, האט ער א זיפץ געטאן אין זיין גייסט, און זיך מצער געווען,
יהושע/ישוע האט פארגאסן א טרער.
און ווידער א זיפץ טוענדיק אין זיך אליין, קומט יהושע/ישוע צום קבר. און עס איז געווען א הייל, און א שטיין איז געלעגן אויף איר.
און זיי האבן אוועקגענומען דעם שטיין. און יהושע/ישוע האט אויפגעהויבן די אויגן (צום הימל) ארויף און געזאגט: פאטער, איך דאנק דיר, אז דו האסט מיך דערהערט.
און האבנדיק דאס געזאגט, האט ער א געשריי געטאן מיט א הויך קול: אלעזר, קום ארויס.
דאס האט יהושע/ישוע גערעדט; און אויפהויבנדיק זיינע אויגן צום הימל, האט ער געזאגט; פאטער, עס איז געקומען די שעה; פארהערלעך דיין זון, כדי דער זון זאל דיך פארהערלעכן;
און פעטרוס האט צו אים געזאגט: ענעאס, יהושע/ישוע המשיח מאכט דיך געזונט; שטיי אויף און מאך דיר דאס בעט! און ער איז גלייך אויפגעשטאנען.
פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.