32 און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט.
און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!
און זיינע אויערן האבן זיך אויפגעעפנט, און גלייך האט זיך דאס באנד פון זיין צונג לויז געמאכט, און ער האט ריכטיג גערעדט.
און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט.