25 נאר תיכף האט א פרוי וועגן אים געהערט, וואס איר טעכטערל האט געהאט אן אומריינעם גייסט, און זי איז געקומען און איז אנידערגעפאלן צו זיינע פיס.
און זע, א כנענישע פרוי איז ארויסגעקומען פון יענע גרענעצן, און האט געשריגן, אזוי צו זאגן: האר, בן דוד, דערבארם דיך אויף מיר! מיין טאכטער ווערט ביטער געפלאגט פון א בייזן גייסט!
און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן!
די פרוי אבער, פארכטנדיק זיך און ציטערנדיק, ווייל זי האט געוואוסט וואס עס איז מיט איר געשען, איז געקומען און איז אנידערגעפאלן פאר אים, און האט אים געזאגט דעם גאנצן אמת.
און ער האט זיך אויפגעהויבן, און איז פון דארטן אוועק צו די גרענעצן פון צור און צידון. און ווען ער איז אריינגעגאנגען אין א הויז, האט ער געוואלט, אז קיינער זאל עס נישט וויסן; און האט נישט געקענט בלייבן פארבארגן.
די פרוי איז אבער געווען א גריכין, א סירא‑פעניצערין לויטן אפשטאם, און האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויסטרייבן דעם בייזן גייסט פון איר טאכטער.
און איז אנידערגעפאלן אויפן פנים פאר זיינע פיס, און האט אים געדאנקט; און ער איז געווען א שומרוני.