Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 7:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 ווארום פון אינעווייניק, אויס דעם הארצן פון די מענטשן, קומען ארויס די בייזע מחשבות, זנות, גנבות, רציחות,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 7:21
37 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

מחמת פון הארצן קומען ארויס בייזע מחשבות, מערדערייען, ניאופים, זנות, גנבות, פאלש עדות זאגן, לעסטערונגען.


און זעענדיק זייערע געדאנקען, האט יהושע/ישוע געזאגט: פארוואס טראכט איר בייז אין אייערע הערצער?


און האט געזאגט: וואס עס קומט ארויס פון דעם מענטשן, דאס איז דעם מענטשן מטמא.


ניאופים, געלט גייציקייט, שלעכטסקייטן, כיטרעקייט, צעלאזנקייט, א שלעכט אויג, חלול השם, גאווה, אומבאקימערטע נארישקייט;


און ער האט צו זיי געזאגט: איר זענט עס, וואס גערעכטפערטיקן זיך פאר מענטשן, ה׳ אבער קען אייערע הערצער; ווייל דאס וואס איז הויך ביי מענטשן, איז אן אומווירדיקייט פאר ה׳.


צי איז עס דען נישט געווען דיין אייגנס, ווען דו האסט עס געהאט? און נאכן פארקויפן, צי איז עס דען נישט געווען אין דיין רשות? פארוואס האסטו באשלאסן אין דיין הארצן די דאזיקע זאך? דו האסט נישט געלייקנט פאר מענטשן, נאר פאר ה׳.


דעריבער טו תשובה פון דער דאזיקער שלעכטסקייט דיינער, און טו תפילה צום האר (ה׳), אפשר וועט דיר פארגעבן ווערן די מחשבה פון דיין הארץ.


ווארום ווען מיר זענען געווען אינם פלייש, האבן די זינדיקע תאוות, וואס זענען דורך דער געזעץ, געווירקט אין אונדזערע אברים צו ברענגען פירות צו דעם טויט.


און די זינד, געפינענדיק א סיבה דורך דעם געבאט, האט אויפגעוועקט אין מיר יעדע תאווה; ווארום אָן א געזעץ איז די זינד טויט.


טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, תאווה, בייזע גלוסטונג, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה;


ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע.


צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ