15 עס איז נישטא קיין זאך פון דרויסן פון דעם מענטשן, וואס אריינגייענדיק אין אים קען אים טמא מאכן; נאר דאס וואס קומט ארויס אויס דעם מענטשן איז עס, וואס איז מטמא דעם מענטשן.
איר שלאנגענקינדער, ווי אזוי קענט איר רעדן גוטס, זייענדיק (אליין) בייז? מחמת פון דער שפע פון דעם הארץ, רעדט דאך דאס מויל.
ער אבער האט געזאגט: זענט איר אויך נאך אָן פארשטאנד?
און האט ווידער גערופן דעם עולם מענטשן צו זיך, און צו זיי געזאגט: הערט מיך אלע צו, און פארשטייט!
אויב עמיצער האט אויערן צום הערן, זאל ער הערן!
און האט צו זיי געזאגט: איר ווייסט אליין ווי עס איז אסור פאר א יידן זיך צו באהעפטן אדער צו קומען צו איינעם פון א פרעמד פאלק; נאר ה׳ האט מיר געוויזן, קיין מענטשן נישט צו רופן געמיין אדער טמא.
ווארום דאס קעניגרייך פון ה׳ באשטייט נישט אין עסן און טרינקען, נאר אין צדקות און שלום און שמחה אינם רוח הקודש.
אלץ, וואס מען פארקויפט אין דער יאטקע, זאלט איר עסן, און נישט חוקר זיין צוליב דעם געוויסן;
פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא.
לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט.
נאר זענען, מיט שפייזן און געטראנקען און פארשיידענע הלכות מקוואות, פליישלעכע דינים, און ארויפגעלייגט ביז צו דער צייט פון תיקון העולם.