8 און ער האט זיי באפוילן, אז זיי זאלן נישט מיטנעמען קיין זאך אויפן וועג, נאר בלויז א שטעקן—נישט קיין ברויט, נישט קיין טייסטער, נישט קיין געלט אין גארטל;
נאר סאנדאלן זאלן זיי זיך אונטערבינדן, און נישט אנטאן קיין צוויי העמדער.
טראגט נישט קיין בייטל, נישט קיין טאש, נישט קיין שיך; און גיט קיינעם נישט אפ שלום אויפן וועג.
און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איך האב אייך ארויסגעשיקט אָן א געלטבייטל, און טייסטער, און שיך, האט אייך עפעס געפעלט? און זיי האבן געזאגט: קיין זאך נישט!
און האט צו זיי געזאגט: נעמט גארנישט מיט אויפן וועג—נישט קיין שטעקן, נישט קיין בייטל, נישט קיין ברויט, נישט קיין געלט, איר זאלט אויך נישט האבן קיין צוויי העמדער.