49 נאר ווי זיי האבן אים געזען ארומגיין אויפן ים, האבן זיי געמיינט, אז עס איז א געשפענסט, און האבן א געשריי געטאן;
און זעענדיק ווי זיי פייניקן זיך מיטן רודערן, ווארום דער ווינט איז געווען אנטקעגן זיי, איז ער געקומען צו זיי, ארום דעם פערטן משמר פון דער נאכט, גייענדיק אויפן ים, און האט זיי געוואלט פארבייגיין;
ווארום אלע האבן אים געזען, און האבן זיך דערשראקן. ער אבער האט תיכף גערעדט מיט זיי, און צו זיי געזאגט: זייט געטרייסט; איך בין עס;
זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א גייסט.