45 און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן.
וויי צו דיר, כורזין! וויי צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען ביי אייך, וואלטן זיי שוין לאנג צוריק געהאט תשובה געטאן אין זאק און אין אש.
און זיי זענען אוועק אינם שיפל צו אן איינזאם ארט אליין.
און זיי זענען געקומען קיין בית‑צידה. און מען האט געברענגט צו אים א בלינדן, און אים געבעטן, אז ער זאל אים אנרירן.
וויי איז צו דיר, כורזין! וויי איז צו דיר, בית‑צידה! ווייל אויב אין צור און צידון וואלטן געשען די וואונדער, וואס זענען געשען אין אייך, וואלטן זיי שוין לאנג געזעסן אין זאק און אין אש און תשובה געטאן.