39 און ער האט זיי באפוילן, אז אלע זאלן זיך אנידערזעצן חברותאווייז אויפן גרינעם גראז.
און ער האט באפוילן דעם המון זיך אנידערצוזעצן אויף דער ערד;
ער אבער האט צו זיי געזאגט: וויפל ברויט האט איר? גייט און זעט. און דערוויסנדיק זיך, האבן זיי געזאגט: פינף, און צוויי פיש.
און זיי האבן זיך אנידערגעזעצט אין שורות, צו הונדערט, און צו פופציק.
ווארום עס זענען געווען קנאפע פינף טויזנט מענער. ער אבער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: מאכט זיי זיך אנידערצוזעצן אין חברותות, מער ווייניקער צו פיפציק.
האט יהושע/ישוע געזאגט: מאכט די מענטשן זיך אנידערזעצן. און אויף דעם ארט איז געווען א סך גראז. די מענער האבן זיך דעריבער אנידערגעזעצט, אין צאל אן ערך פינף טויזנט.
ווארום ה׳ איז נישט קיין ג‑ט פון אומארדנונג, נאר פון שלום. ווי אין אלע קהלות פון די קדושים.
אלץ אבער זאל געטאן ווערן בכבודיק און אין ארדנונג.