36 לאז זיי אפ, כדי זיי זאלן גיין אין דער ארומיקער געגנט און דערפער, און זיך קויפן עפעס צו עסן.
ער אבער האט איר נישט געענטפערט קיין ווארט. און זיינע תלמידים זענען צוגעגאנגען און האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק זי אוועק; ווייל זי שרייט אונדז נאך!
און פעטרוס האט אים גענומען אויף א זייט, און האט אנגעהויבן צו שרייען אויף אים, אזוי צו זאגן: שוין דיך, האר! דאס דאזיקע זאל דיר נישט געשען!
און ווי זיינע קרובים האבן דאס געהערט, זענען זיי ארויסגעגאנגען אים כאפן, ווארום זיי האבן געזאגט: ער איז אראפ פון זינען.
און זיינע תלמידים האבן צו אים געזאגט: דו זעסט דער המון דרענגען דיך, און זאגסטו: ווער האט מיך אנגערירט?
און ווען עס איז שוין געווארן א שפעטע שעה, זענען זיינע תלמידים צוגעקומען צו אים, און האבן געזאגט: דאס איז א מדבריותדיק ארט, און די שעה איז שוין שפעט;
ער אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: גיט איר זיי צו עסן! און זיי האבן צו אים געזאגט: זאלן מיר גיין איינקויפן ברויט פאר צוויי הונדערט דינרים, און זיי געבן צו עסן?