29 און ווען זיינע תלמידים האבן עס געהערט, זענען זיי געקומען און האבן גענומען זיין קערפער, און אים געלייגט אין א קבר אריין.
און זיינע תלמידים זענען געקומען, און האבן גענומען דעם גוף, און אים קובר געווען; און זענען געגאנגען און האבן עס דערציילט יהושען/ישוען.
און געברענגט זיין קאפ אויף א טעלער, און האט אים געגעבן דעם מיידל; און דאס מיידל האט אים געגעבן צו איר מוטער.
און די שליחים האבן זיך פארזאמלט ביי יהושען/ישוען; און אים דערציילט אלץ, וואס זיי האבן געטאן, און וואס זיי האבן געלערנט.
און ג‑טספארכטיקע לייט האבן גענומען סטעפאנוסן און אים קובר געווען, און געמאכט א גרויס הספד אויף אים.