24 און זי איז ארויסגעגאנגען, און האט געזאגט צו איר מוטער: וואס זאל איך בעטן? און זי האט געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ!
און ווייל זי איז געווען פון פריער אנגערעדט פון איר מוטער, האט זי געזאגט: גיב מיר דא אויף א טעלער יוחנן פון דער (ירדן) מיקווהס קאפ.
אין יענע טעג קומט יוחנן פון דער (ירדן) מקווה, און רופט אויס אין דער מדבר פון יהודה, אזוי צו זאגן:
און ער האט איר צוגעשוואוירן: וואס דו וועסט בעטן, וועל איך דיר געבן, ביז א העלפט פון מיין קעניגרייך.
און זי איז תיכף אריינגעגאנגען גיך צום קעניג, און האט אים געבעטן, אזוי צו זאגן: איך פארלאנג, אז דו זאלסט מיר איצט געבן קאפ פון יוחנן פון דער (ירדן) מקווה אויף א טעלער!