Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 6:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און ווען עס איז געקומען שבת, האט ער אנגעהויבן צו לערנען אין דער שול; און א סך, ווען זיי האבן אים געהערט, האבן געשטוינט, און געזאגט: פונוואנען קומט צו אים אזעלכעס? און וואס איז דאס פאר א חכמה, וואס איז אים געגעבן געווארן? און אזעלכע וואונדער געשען דורך זיינע הענט!

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 6:2
11 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און ער איז ארומגעגאנגען אין גאנץ גליל, לערנענדיק אין זייערע שולן, און אויסרופנדיק די גוטע בשורה פונם מלכות, און היילנדיק אלע קראנקייטן און שלאפקייטן צווישן דעם פאלק.


און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט די דאזיקע ווערטער, האבן די המונים מענטשן געשטוינט איבער זיין לערנונג.


און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.


און ער איז אויפגעשטאנען פון דארטן, און איז געקומען צו די גרענעצן פון יהודה און פון עבר הירדן; און ווידער האבן המונים מענטשן זיך פארזאמלט ביי אים; און ווי געוויינטלעך, האט ער זיי ווידער געלערנט.


און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות.


און ער האט געלערנט אין זייערע שולן, און אלע האבן אים אפגעגעבן כבוד.


און זיי האבן געזאגט; צי איז דען דער דאזיקער נישט יהושע/ישוע בן יוסף, וועמעס פאטער און מוטער מיר קענען? וויאזוי זאגט ער דאס איצט: איך בין אראפגעקומען פון הימל?


און די יידן האבן זיך געוואונדערט און געזאגט: וויאזוי איז דער דאזיקער א יודע ספר, נישט האבנדיק געלערנט?


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ