Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 6:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 אנדערע אבער האבן געזאגט, אז ער איז אליהו. און אנדערע האבן געזאגט, אז ער איז א נביא ווי איינער פון די נביאים.

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 6:15
19 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און זיי האבן געזאגט: אייניקע (זאגן) יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער, אליהו; נאך אנדערע ירמיהו, אדער איינער פון די נביאים.


די המונים אבער האבן געזאגט: דאס איז דער נביא יהושע/ישוע פון נצרת, אין גליל.


און ווען הורדוס האט דאס געהערט, האט ער געזאגט: יוחנן, וועמען איך האב אפגעהאקט דעם קאפ, ער איז ווידער אויפגעשטאנען.


און זיי האבן אים געענטפערט, אזוי צו זאגן: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; און אנדערע, אליהו; אנדערע אבער, אז איינער פון די נביאים.


און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטענדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.)


און אלעמען האט אנגעכאפט א מורא; און זיי האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: א גרויסער נביא איז אויפגעשטאנען צווישן אונדז, און ה׳ האט זיך אומגעקוקט אויף זיין פאלק.


אבער זעענדיק דאס, האט דער פרוש, וואס האט אים איינגעלאדן, צו זיך אליין גערעדט, אזוי צו זאגן: אויב ער וואלט געווען א נביא, וואלט ער געוואוסט ווער און וואס פאר א סארט פרוי זי איז, וואס רירט אים אָן, אז זי איז א זינדיקע.


און זיי האבן ענטפערנדיק געזאגט: יוחנן פון דער (ירדן) מקווה; אנדערע אבער (זאגן) אליהו; און אנדערע, אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.


אייניקע אבער (האבן געזאגט), אז אליהו האט זיך באוויזן; און אנדערע—אז איינער פון די אלטע נביאים איז אויפגעשטאנען.


און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין.


און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא?


ווען דעריבער די מענטשן האבן געזען דאס נס, וואס ער האט געטאן, האבן זיי געזאגט: דאס איז באמת דער נביא, וועלכער דארף קומען אין דער וועלט אריין.


און אייניקע פון דעם המון, וואס האבן געהערט די דאזיקע ווערטער, האבן געזאגט: דאס איז באמת דער נביא!


און ווידער האבן זיי געזאגט צום בלינדן: וואס זאגסטו וועגן אים, אז ער האט דיר געעפנט דיינע אויגן? ער אבער האט געזאגט: ער איז א נביא.


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ