Biblia Todo Logo
အွန်လိုင်း သမ္မာကျမ်းစာ

- ကြော်ငြာတွေ -




מארקוס 6:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און זיי זענען ארויסגעגאנגען, און האבן אויסגערופן, אז מען זאל תשובה טאן,

အခန်းကိုကြည့်ပါ။ ကော်ပီ




מארקוס 6:12
23 ပူးပေါင်းရင်းမြစ်များ  

און עס איז געשען, ווען יהושע/ישוע האט געענדיקט באפעלן זיינע צוועלף תלמידים, איז ער פון דארטן אוועק צו לערנען און אויסצורופן אין זייערע שטעט.


דעמאלט האט ער אנגעהויבן צו מוסרן די שטעט, אין וועלכע דאס רוב פון זיינע וואונדער זענען געשען, ווייל זיי האבן נישט תשובה געטאן.


טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט.


ברענגט דעריבער פרוכט, וואס איז ראוי ביי תשובה!


פון דעמאלט אָן האט יהושע/ישוע אנגעהויבן אויסצורופן, און צו זאגן: טוט תשובה; מחמת דאס מלכות השמים האט זיך דערנענטערט!


גייט און לערנט וואס דאס איז: איך וויל בארעמהארציקייט, און נישט קיין קרבן (הושע ו, ו.); מחמת איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.


און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!


א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר: מאכט פארטיק דעם הארס וועג, גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)


מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פארמשפטן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.)


ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אומקומען אויף אזא אופן.


ניין, זאג איך אייך; נאר אויב איר וועט נישט תשובה טאן, וועט איר אלע אויך אזוי אומקומען!


אָט אזוי, זאג איך אייך, ווערט א שמחה פאר די מלאכים פון ה׳ איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה.


איך זאג אייך, אָט אזוי וועט זיין א שמחה אין הימל איבער איין חוטא, וואס טוט תשובה, מער ווי איבער ניין און ניינציק צדיקים, וואס דארפן נישט קיין תשובה.


און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים.


און זיי זענען אוועק, און זענען געגאנגען איבער די דערפער, האבן אנגעזאגט די גוטע בשורה און געהיילט אומעטום.


און הערנדיק דאס, זענען זיי שטיל געווארן און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: באמת, ה׳ האט אויך צו אומות (העולם) געגעבן די תשובה צום לעבן.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


עדות זאגנדיק צו יידן און צו גריכן וועגן תשובה צו ה׳ און אמונה אין אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


נאר ערשטנס צו די אין דמשק און אין ירושלים, און איבערן גאנצן לאנד יהודה, און צו די אומות העולם האב איך געדרשנט, אז זיי זאלן תשובה טאן און זיך אומקערן צו ה׳, און טאן מעשים (טובים), וואס זענען ראוי פון תשובה.


דעריבער טוט תשובה און קערט אייך אום, כדי אייערע זינד זאלן אויסגעמעקט ווערן,


ကြှနျုပျတို့နောကျလိုကျပါ:

ကြော်ငြာတွေ


ကြော်ငြာတွေ