11 און וועלכעס ארט עס וועט אייך נישט אויפנעמען, און מען וועט אייך נישט וועלן הערן, זאלט איר ביים אוועקגיין פון דארטן אפשאקלען דעם שטויב פון אונטער אייערע פיס, ווי אן עדות צו זיי.
איך זאג אייך אבער, אז יעדעס פוסטע ווארט, וואס מענטשן וועלן רעדן, וועלן זיי מוזן אפגעבן א חשבון דערפון אינם יום הדין.
און האט צו זיי געזאגט: וואו נאר איר וועט אריינגיין אין א הויז, זאלט איר דארט בלייבן ביז איר וועט אוועקגיין פון יענעם ארט.
און וואו מען וועט אייך נישט אויפנעמען, ארויסגייענדיק פון יענער שטאט, זאלט איר אפשאקלען דעם שטויב פון אייערע פיס פאר אן עדות קעגן זיי.
ווען אבער זיי האבן זיך אקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האט ער אפגעשאקלט די מלבושים און געזאגט צו זיי: אייער בלוט אויף אייער קאפ; איך בין ריין; פון איצט אָן וועל איך גיין צו די אומות העולם.
אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.
דו אבער, לויט דיין הארטקייט און דיין נישט תשובהדיקן הארץ, זאמלסט דיר איין צארן אינם טאג פון צארן און אנטפלעקונג פון ה׳ס גערעכטן משפט,
און מאכנדיק צו אש די שטעט סדום און עמורה, האט ער זיי געמשפט מיט אן איבערקערונג, זעצנדיק זיי אלס א ביישפיל פאר רשעים להבא;
אזוי ווייסט דער האר מציל צו זיין די ג‑טספארכטיקע פון א נסיון, רשעים אבער צו באהאלטן צו באשטראפונג אינם יום הדין;
די איצטיקע הימלען אבער און די ערד ווערן אויפבאווארט דורך דעם זעלביקן ווארט און ווערן באהאלטן פאר דעם פייער צום יום הדין און דעם אונטערגאנג פון מענטשן רשעים.
דורך דעם דאזיקן איז די ליבע פארפאלקאמט ביי אונדז: וואס מיר האבן בטחון אין דעם יום הדין; ווייל ווי ער איז, אזוי זענען מיר אויך אין דער דאזיקער וועלט.
ווי סדום און עמורה און די שטעט ארום זיי, מזנה זייענדיק אויף אן ענלעכן אופן ווי די דאזיקע, און נאכגייענדיק פרעמד פלייש, זענען געזעצט געווארן אלס א ביישפיל, ליידנדיק דעם עונש פון אייביקן פייער.