און בשעת זיי זענען אראפגעגאנגען פון בארג, האט יהושע/ישוע זיי באפוילן, אזוי צו זאגן: זאגט קיינעם נישט פון דער זעאונג, ביז דער בר אנש איז אויפגעשטאנען פון די טויטע.
און יהושע/ישוע זאגט צו אים: היט דיך, אז דו זאלסט עס קיינעם נישט אויסזאגן; נאר גיי, ווייז דיך צום כהן, און זיי מקריב דאס קרבן, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי!
(דאך) נישט צום גאנצן פאלק, נאר צו עדות, וועלכע זענען פארויס אויסדערוויילט געווארן פון ה׳, צו אונדז, וואס האבן געגעסן און געטרונקען מיט אים נאך זיין אויפשטיין פון די טויטע.