39 און אריינגייענדיק זאגט ער צו זיי: וואס טומלט איר און וויינט? דאס קינד איז דאך נישט געשטארבן, עס שלאפט נאר.
האט ער געזאגט: גייט אוועק! מחמת דאס מיידעלע איז נישט געשטארבן, זי שלאפט נאר. און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים.
און זיי קומען צו דעם גבאיס הויז; און ער זעט א געטומל, און מען וויינט און קלאגט זייער פיל.
און זיי האבן זיך אויסגעלאכט פון אים. ער אבער, נאך דעם ווי ער האט אלע ארויסגעטריבן, נעמט ער דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער, און די וואס זענען געווען מיט אים, און גייט אריין וואו דאס קינד איז געווען.
פוילוס אבער איז אראפגעגאנגען, און איז ארויפגעפאלן אויף אים, און ארומנעמענדיק אים, האט ער געזאגט: באאומרואיקט זיך נישט, ווארום די נשמה זיינע איז (נאך) אין אים.
צוליב דעם געפינען זיך צווישן אייך א סך שלאפע און קראנקע, און נישט ווייניקע זענען איינגעשלאפן (דעם שלאף פון טויט).
וועלכער איז געשטארבן פאר אונדזערטוועגן, כדי סאי צי מיר וואכן סאי צי מיר שלאפן, זאלן מיר לעבן צוזאמען מיט אים.