37 און האט קיינעם נישט געלאזט מיטגיין, אחוץ פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן יעקבס ברודער.
און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און זיין ברודער יוחנן, און פירט זיי אליין ארויף אויף א הויכן בארג.
און ער האט מיטגענומען פעטרוסן און זבדיס ביידע זין, און האט אנגעהויבן צו טרויערן און צו זיין באטריבט.
און ער נעמט פעטרוסן מיט זיך און יעקבן און יוחנן, און האט אנגעהויבן צו ציטערן און פלאטערן.
און אין זעקס טעג ארום נעמט יהושע/ישוע מיט זיך פעטרוסן, און יעקבן, און יוחנן, און פירט זיי ארויף אויף א הויכן בארג איינע אליין; און ער האט זיך פארענדערט פאר זיי;
און ווען ער איז אריינגעקומען אין הויז, האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט מיט אים אחוץ פעטרוסן און יוחנן און יעקבן און דעם פאטער פון דעם קינד און די מוטער.
פעטרוס אבער האט אלעמען ארויסגעשיקט אינדרויסן, האט גענייגט די קניען און תפילה געטאן, און זיך דאן געווענדט צום קערפער און געזאגט: טביתא, שטיי אויף! און זי האט אויפגעמאכט אירע אויגן, און זעענדיק פעטרוסן, האט זי זיך אויפגעזעצט.
דאס דאזיקע איז דאס דריטע מאל, אז איך קום צו אייך. דורך דעם מויל פון צוויי אדער דריי עדות זאל יעדעס ווארט באשטעטיקט ווערן.