23 און בעט אים זייער פיל, אזוי צו זאגן: מיין טעכטערל האלט ביי יציאת נשמה; קום לייג ארויף דיינע הענט אויף איר, כדי זי זאל געראטעוועט ווערן, און לעבן!
און ער האט אויסגעשטרעקט די האנט, און האט אים אנגערירט, אזוי צו זאגן: איך וויל; זיי גערייניקט! און גלייך איז ער ריין געווארן פון זיין צרעת.
מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
און ער איז געגאנגען מיט אים, און א גרויסער המון מענטשן האט אים נאכגעפאלגט, און אים געשטופט.
און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט.
און מען האט געברענגט צו טראגן צו אים איינעם, וואס איז געווען טויב און האט געשטאמלט; און מען האט אים געבעטן, אז ער זאל ארויפלייגן אויף אים די האנט.
און ער האט אנגענומען דעם בלינדן ביי דער האנט, און אים ארויסגעפירט אויסער דעם דארף; האט אים ארויפגעשפיגן אויף די אויגן, און ארויפגעלייגט די הענט אויף אים, און אים געפרעגט, צי ער זעט עפעס.
און האט ארויפגעלייגט אויף איר די הענט, און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעריכט געווארן און האט געלויבט ה׳.
און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן.
און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט.
און ווי ער האט זיך דערנענטערט צום טויער פון דער שטאט, זע, מען האט ארויסגעטראגן א מת, אן איינציקן זון ביי דער מוטער זיינער, און זי איז געווען אן אלמנה; און אן אנגעזעענער עולם פון דער שטאט איז געווען מיט איר.
די שוועסטער האבן דעריבער געשיקט צו אים, אזוי צו זאגן: האר, זע, ער וועמען דו האסט ליב, ליגט קראנק.
און פובליוסנס פאטער איז (גראד) געלעגן קראנק אויף א פיבער און דיזענטעריע; צו וועמען פוילוס איז אריינגעגאנגען און מתפלל געווען, און ארויפגעלייגנדיק די הענט אויף אים, האט ער אים געהיילט.
זיי האט מען געשטעלט פאר די שליחים; און מתפלל זייענדיק, האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי.
דאן האבן זיי ארויפגעלייגט די הענט אויף זיי, און זיי האבן באקומען דעם רוח הקודש.
און האט געזען אין א חזיון א מאן, וועלכער הייסט חנניה, אריינקומען און ארויפלייגן די הענט אויף אים, כדי ער זאל ווידער זען.
און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.