21 און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און איז אריבערגעפארן, און געקומען אין זיין אייגענער שטאט אריין.
און ווידער האט ער אנגעהויבן צו לערנען ביים ים; און עס האט זיך פארזאמלט ביי אים א זייער גרויסער המון מענטשן, אזוי אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל, און האט זיך אנידערגעזעצט אויפן ים; און דער גאנצער המון מענטשן איז געווען ביים ים אויף דער יבשה.
און זיי האבן געלאזט דעם המון מענטשן גיין, און האבן אים מיטגענומען, אזוי ווי ער איז געווען, אינם שיפל; און נאך אנדערע שיפלעך זענען געווען מיט אים.
און ווען ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם שיפל, איז אים גלייך אנטקעגנגעקומען פון די קברים ארויס א מענטש מיט אן אומריינעם גייסט,
און ווען יהושע/ישוע האט זיך אומגעקערט, האט דער המון מענטשן אים אויפגענומען, ווארום אלע האבן געווארט אויף אים.