18 און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן.
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן.
און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים.
און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן.
און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!