17 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו בעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייערע גרענעצן.
און זע, די גאנצע שטאט איז ארויסגעגאנגען אנטקייגן יהושען/ישוען; און דערזעענדיק אים, האבן זיי אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זייער גבול.
אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים.
און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: וואס האב איך מיט דיר, יהושע/ישוע, דו זון פון דער אויבערשטער? איך באשווער דיך ביי ה׳, דו זאלסט מיך נישט פייניקן!
און זעענדיק דאס, איז שמעון פעטרוס אנידערגעפאלן אויף די קני פאר יהושען/ישוען, זאגנדיק: האר, גיי אוועק פון מיר, ווייל איך בין א זינדיקער מענטש!
און די גאנצע מאסע מענטשן פון דער אומגעגנט פון די גרגשים האבן אים געבעטן, אז ער זאל אוועקגיין פון זיי; ווייל עס האט זיי אנגעכאפט א גרויסע מורא. און ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל און האט זיך אומגעקערט צוריק.
און זענען געקומען און זיי מפייס געווען, און האבן זיי ארויסגעפירט און געבעטן, אז זיי זאלן אוועקגיין פון דער שטאט.