15 און זיי קומען צו יהושען/ישוען, און זען דעם באזעסענעם, וואס האט געהאט דעם לעגיאן, זיצן אנגעטאן און ביים קלארן פארשטאנד; און זיי האבן זיך געפארכטן.
אדער ווי אזוי קען עמיצער אריינגיין אין דעם הויז פון דעם גיבור, און אוועקרויבן זיינע זאכן, אויב ער וועט נישט קודם כל בינדן דעם גיבור? און דעמאלט וועט ער אויסרויבן זיין הויז.
אדער אפשר מיינסטו, אז איך קען נישט בעטן מיין פאטער, און ער וועט מיר אפילו איצט געבן מער ווי צוועלף מחנות מלאכים?
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
און נאך דעם ווי דער בייזער גייסט איז ארויסגעטריבן געווארן, האט דער שטומער גערעדט. און די המונים מענטשן האבן געשטוינט, און געזאגט: נאך קיינמאל איז אזעלכעס נישט געזען געווארן אין ישראל!
און די וואס האבן זיי געפאשעט זענען אנטלאפן, און האבן עס דערציילט אין דער שטאט, און אויפן לאנד. און מען איז געקומען זען וואס עס איז פארגעקומען.
און די, וואס האבן עס געזען, האבן זיי דערציילט וויאזוי עס איז געשען מיט דעם באזעסענעם, און וועגן די חזירים.
און ווען ער איז איינגעשטיגן אין דעם שיפל, האט אים דער, וואס איז געווען באזעסן געבעטן, אז ער זאל מיט אים בלייבן.
ווייל א סך מאל האט מען אים געבונדן מיט פענטעס און מיט קייטן, און ער האט די קייטן צעריסן און די פענטעס צעריבן, און קיינער האט אים נישט געקענט בייקומען.
און ער האט אים געפרעגט: וואס פאר א נאמען האסטו? און ער האט צו אים געזאגט: מיין נאמען איז לעגיאן, ווייל מיר זענען א סך.
און זי האט געהאט א שוועסטער, וואס האט געהייסן מרים, וועלכע האט זיך אויך אנידערגעזעצט ביי דעם הארס פיס און זיך צוגעהערט צו זיין ווארט.
און ווען ער איז ארויסגעקומען אויף דער יבשה, איז אים אויס דער שטאט אנטקעגנגעקומען א מאן, וואס האט געהאט בייזע גייסטער; און שוין א לאנגע צייט ווי ער האט נישט געטראגן קיין מלבוש, אויך האט ער נישט געוואוינט אין קיין הויז, נאר אין די קברים.
וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינצטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון;
ווארום ה׳ האט אונדז נישט געגעבן קיין גייסט פון פחד, נאר פון גבורה און ליבע און שליטה איבער זיך אליין.