12 און זיי האבן אים געבעטן, אזוי צו זאגן: שיק אונדז צו די חזירים, כדי מיר זאלן אריינגיין אין זיי!
און זיין שם האט זיך פארשפרייט אין גאנץ סיריען; און מען האט געברענגט צו אים אלע קראנקע, וואס זענען געווען געפלאגט מיט פארשיידענע מחלות און יסורים, באזעסענע מיט בייזע גייסטער, און חולי‑נופל, און פאראליטיקער; און ער האט זיי געהיילט;
גיט נישט דאס הייליקע צו די הינט, און ווארפט נישט אייערע פערל פאר די חזירים, טאמער וועלן זיי זיי צעטרעטן מיט זייערע פיס, און אומקערנדיק זיך אייך צערייסן.
און דארט ביים בארג האט זיך געפאשעט א גרויסע סטאדע חזירים.
און ער האט זיי געגעבן רשות. און די אומריינע גייסטער זענען ארויסגעגאנגען, און זענען אריין אין די חזירים; און די סטאדע האט זיך א ריס געטאן פון דעם אראפהענגענדיקן פעלדזן אין ים אריין, אן ערך צוויי טויזנט, און זענען דערשטיקט געווארן אין ים.
כדי מיר זאלן נישט באטריגט ווערן פונם שׂטן, ווארום זיינע איינפאלן זענען אונדז נישט אומבאקאנט.
זייט ניכטער, זייט וואכזאם; אייער שונא, דער שׂטן, גייט ארום ווי א ברומענדיקער לייב, זוכנדיק וועמען איינצושלינגען;