5 און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד;
און דער, וואס איז געזייט געווארן אויף שטייניקע ערטער, דאס איז דער, וואס הערט דאס ווארט, און נעמט עס גלייך אויף מיט שמחה;
און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן.
און ווען די זון איז אויפגעגאנגען, זענען זיי פארוועלקט געווארן, און ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין ווארצל, זענען זיי פארדארט געווארן.
און די אויף דעם פעלדזן, דאס זענען זיי, וואס ווען זיי הערן, נעמען זיי אָן דאס ווארט מיט פרייד, זיי האבן אבער נישט קיין ווארצל; די גלויבן (נאר) אויף א געוויסע צייט, און אין א צייט פון נסיון פאלן זיי אפ.
און אן אנדער ביסל איז געפאלן אויף דעם פעלדזן; און ווען עס האט אויפגעשפראצט, איז עס פארדארט געווארן, צוליב דעם וואס עס האט נישט געהאט קיין פייכטקייט.