4 און עס איז געשען, בשעת דעם זייען זענען אייניקע (זאמען) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן זיי אויפגעגעסן.
ווען עמיצער הערט דאס ווארט פון דעם מלכות, און פארשטייט עס נישט, קומט דער נישט גוטער און רייסט אויס דאס, וואס איז געזייט געווארן אין זיין הארצן. דאס איז דער, וואס איז געזייט געווארן ביים וועג.
און בשעת ער האט געזייט, איז אביסל (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג, און די פייגל זענען געקומען און האבן עס איינגעשלונגען.
און דאס זענען די ביים וועג, וואו דאס ווארט איז געזייעט געווארן; און ווען זיי האבן עס געהערט, קומט גלייך דער שׂטן, און נעמט אוועק דאס ווארט, וואס איז געזייעט געווארן אין זיי.
הערט זיך צו: זע, דער זייער איז ארויסגעגאנגען צו פארזייען.
און אנדערע זענען געפאלן אויף דעם שטייניקן באדן, וואו זיי האבן נישט געהאט קיין סך ערד; און האבן גלייך אויפגעשפראצט צוליבן נישט האבן קיין טיפקייט פון ערד;
די ביים וועג זענען עס, וואס הערן, דערנאך קומט דער שׂטן און נעמט אוועק דאס ווארט פון זייער הארץ, כדי זיי זאלן נישט גלויבן און נישט געראטעוועט ווערן.
עס איז ארויסגעגאנגען דער זייער צו פארזייען זיין זאמען; און בשעת ער האט געזייט, איז עפעס (פון דער זריעה) געפאלן ביים וועג און איז צעטרעטן געווארן, און די פייגל פון הימל האבן עס אויפגעפרעסן.