35 און יענעם טאג, ווען עס איז געווארן אוונט, האט ער צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים.
און ער האט גלייך געצוואונגען די תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פאר אים אויף יענער זייט ים, ביז ער וועט אפלאזן די המונים מענטשן.
און אז יהושע/ישוע האט געזען א המון מענטשן ארום זיך, האט ער באפוילן אוועקצופארן אויף דער אנדערער זייט ים.
און ווען יהושע/ישוע האט זיך ווידער אריבערגעשיפט אינם שיפל אויף יענער זייט, האט זיך ביי אים פארזאמלט א גרויסער המון מענטשן; און ער איז געווען ביים ים.
און גלייך האט ער געצוואונגען זיינע תלמידים איינצושטייגן אין דעם שיפל, און אריבערצופארן פארויס אויף דער אנדערער זייט קיין בית‑צידה, ביז ער וועט אפלאזן דעם המון מענטשן.
און האט זיי פארלאזט, און איז ווידער איינגעשטיגן אין דעם שיפל, און איז אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט.
און עס איז געשען אין איינעם פון די טעג, אז ער איז איינגעשטיגן אין א שיפל מיט זיינע תלמידים; און האט צו זיי געזאגט: לאמיר אריבערפארן אויף דער אנדערער זייט ים; און זיי האבן זיך אוועקגעשיפט.
און ער האט צו זיי געזאגט: וואו איז אייער אמונה? זיי אבער האבן זיך געפארכטן און געוואונדערט, און געזאגט איינער צום אנדערן: ווער איז ער דאך, ווייל סאי די ווינטן באפעלט ער סאי דאס וואסער, און זיי געהארכן אים?
נאך דעם איז יהושע/ישוע אוועק אויף דער אנדערער זייט פון דעם ים פון גליל—ים כנרת (טבריה).
און זענען איינגעשטיגן אין א שיפל און אריבערגעפארן אויף דער אנדערער זייט ים קיין כפר‑נחום. און עס איז שוין געווען פינסטער, און יהושע/ישוע איז נאך נישט געהאט געקומען צו זיי.
און געפינענדיק אים אויף דער אנדערער זייט ים, האבן זיי געזאגט צו אים: רבי, ווען ביסטו דא אהערגעקומען?